DAvideo
alle Bilder sehen ;)
Designed by: Hinx3
OSWD 2004

Valid HTML 4.01!

SHOMRIM: Always Serving. Always Protecting 🔎🔍

🎞️ · 05.02.2024 · 03:04:45 ··· Montag ⭐ 0 🎬 0 📺shiezoli
🎬 · 05.02.2024 · 03:04:45 ··· Montag
😎 · 03.07.2024 · 15:40:29 ··· MiTTwoch
https://www.charidy.com/shomrimbp?utm_source=SZ

ASAP: Always Serving. Always Protecting.
With its over 150 dedicated volunteers, the Boro Park Shomrim is essential to ensure the safety and protection of families and institutions in Boro Park - one of the world's largest Jewish cities.

Shomrim works tirelessly around the clock to keep our families and communities safe through routine safety patrols, physical security, and technological means. They also work closely with law enforcement to prevent and dodge any attempt to harm our community.

This organization relies on volunteers to contribute their time and energy. Still, its operating costs are staggering, and they can only sustain this vital service if we come together to support their efforts.

This campaign provides an opportunity to show our appreciation and support for the selfless work of the dedicated volunteers. Every donation benefits our safety and security and goes a long way in allowing this organization to keep us safer.

Let’s come together as ONE for the safety and security of our community.

CLICK TO DONATE TO THE BORO PARK SHOMRIM
https://www.charidy.com/shomrimbp

דער נומער פון ׳חברה שומרים׳ אין בארא פארק איז באקאנט פאר יעדן איינעם אין שטאט, ווען אימער עס פעלט זיך אויס הילף אדער מען איז באזארגט איבער זיכערהייט איז שומרים דא צו ענטפערן דעם רוף שנעל און פראפעסיאנעל. יעדע טעלעפאון רוף ווערט געענטפערט בליץ שנעל - צומאל אונטער א מינוט - און די שומרים וואלונטירן קומען אראפ צו צענדליגע רופן טאג-טעגליך און מען ראטעווען אידן פון שאדן בגוף ובממון מיט געטריישאפט און שנעלקייט.

אבער די אקטיוויטעטן פון שומרים זענען פיל מער פון וואס עס איז באקאנט פאר׳ן ציבור, גאר אסאך פון די פעולות פון שומרים זענען נישט בלויז צו ׳ריספאנדן׳ צו אינצידענטן, נאר מען ארבעט ארום דעם זייגער צו ׳פארמיידן׳ פארברעכן און היטן אויף די שטאט מיט פארשידענע פארצווייגטע אקטיוויטעטן - דאס נעמט אריין טעכנאלאגישע מיטלען, אקטיווע פאטראל און נאך פארשידנארטיגע איניציאטיוון וועלכע העלפן האלטן אן אויג אויף די שטאט און פארזיכערן אז מען איז גרייט אויף סיי וועלכע סכנה.

שומרים שטייט אויך כסדר צו דינסט פאר׳ן ציבור ביי יעדן מעמד, צו איז דאס א רבי׳שע שמחה אדער הכנסת ספר תורה, יעדע סארט געשעעניש אדער געלעגנהייט וואס פאדערט זיך צו האלטן ארדענונג און פארזיכערן אז אלעס גייט אריבער בשלום, אנגעהויבן מיט׳ן שאפן די פערמיטס, פארזיכערן אלעס מיט די אינסטאנצן, און אזוי אויך פארשידענע אונטערנעמונגען לטובת הכלל, א שטייגער ווי די יערליכע בייק רעגיסטראציע וואס קאסט שווערע געלטער, און מעמבערס געבן אוועק צייט און כח צו צופרידנשטעלן די טויזנטער קינדער און דאס שפארט איין טויזנטער אין ממון ישראל און נאך איניציאטיוון לטובת הכלל והפרט.

אזוי אויך שטייט שומרים אין כסדר׳דיגע פארבינדונג מיט די איסטאנצן לטובת אחינו בני ישראל, צו איז דאס צו פארזיכערן אז מען היט אויף די שטאט אין אנגעצויגענע און סענסיטיוווע מצבים, אדער אויף צו אראנזשירן ספעציעלע אקאמאדאציעס וואס פעלן זיך אויס פאר׳ן ציבור, צו איז עס א יום טוב אדער א ציבור׳ישע מעמד וואס פאדערט קאאפעראציע מיט די לאקאלע זיכערהייטס אינסטאנצן. און א דאנק די אקטיווע ראלע פון שומרים ווערן פילע ציבור׳ישע געברויכן ארלעדיגט על צד היותר טוב.

דער בארא פארקער שומרים איז שטארק רעספעקטירט און געשעצט ביי תושבי בארא פארק פאר זייער פארצווייגטע אקטיוויטעטן, און מיט זייער אחריות׳דיגע און תורה׳דיגע צוגאנג צו זייער ארבעט, און אלעס פירט זיך מיט א דעת תורה אונטער די הדרכה און אויפזיכט פון ביד״צ קארלסבורג וואס באגלייט די ארגאניזאציע פאר לאנגע יארן צו פארזיכערן אז אלעס פירט זיך על פי תורה ועל פי הלכה.

נעמנדיג אין באטראכט די פארצווייגטע פעולות פון שומרים איז צומאל שווער זיך פארצושטעלן וואס מען וואלט געטון ווען מען וואלט ח״ו נישט געהאט שומרים צו אינטערווענירן אין יעדן מצב. צו איז עס צו ראטעווען ממון ישראל אדער באשיצן אידן פון סכנות, און נאך צענדליגע זאכן וואס שומרים באפאסט זיך מיט, א שטייגער ווי קינדער אדער עלטערע מענטשן וואס ווערן פארשוואונדן, איז אלעמאל דער ערשטער טעלעפאון צו שומרים וואס באפאסט זיך דערמיט מיט פראפעסינאליטעט און ארבעט אינאיינעם מיט די משפחות און מיט די אינסטאנצן צו פארזיכערן אז עס ענדיגט זיך בשלום.

טראץ וואס שומרים איז צוזאמענגעשטעלט פון וואוילטעטיגע וואלונטירן וואס געבן אוועק זייער צייט און כח שלא על מנת לקבל פרס, קאסט אבער דער בודזשעט אפ אין די מיליאנען. צו פארפיגן אויף אזא אפעראציע קאסט שווערע מיליאנען, צו איז דאס קארס, אינשורענס, קאארדינירונג טעכנאלאגיע, טעלע-קאמיוניקאציע און נאך צענדליגע שווערע הוצאות, און שומרים האט פארשטייט זיך נישט קיין שום הכנסות אויסער נדבות פונעם ציבור. דעריבער קומט יעצט שומרים ארויס מיט א הארציגע רוף צו תושבי בארא פארק צו צייגן הכרת הטוב און העלפן דעקן די שווערע קאסטן וואס ליגן אויף די עסקנים.

דער קאמפיין אונטער׳ן נאמען ASAP שטרייכט אונטער די שטענדיגע געטריישאפט פון שומרים פאר׳ן ציבור און רופט דעם ציבור צו טון זייער חלק און העלפן דעקן די שווערע קאסטן און שטייגנדע דעפעציט וואס עס קאסט אפ צו אפערירן אזא פארצווייגטע ארגאניזאציע. אין די קומענדיגע טעג וועלן תושבי בארא פארק ענטפערן דעם רוף און זיך אנשליסן מיט׳ן כח הרבים צו העלפן שומרים ווייטער באדינען דעם ציבור.

אם אין אני לי מי לי

SELECT * FROM DAvidON WHERE `DAvid`="qxgh463-yUc" ORDER BY ts
SELECT * FROM DAvidPlay WHERE `DAvid`="qxgh463-yUc"
***
· 05.02.2024 · 03:04:45 ··· Montag
U
U
L
L
T
* 1707098685
* 1707098685
X 0
Y 0
P

C 3359
B 6
V 1256
* · 08.01.2010 · 00:00:00 ···
2 · 18.04.2023 · 21:18:14 ···
L · 25.11.2024 · 12:41:01 ···
C · 30.11.2024 · 12:41:10 ···
💘 🖱️
* · 01.01.1970 · 01:00:00 ···
* · 01.01.1970 · 01:00:00 ···

· 01.01.1970 · 01:00:00 ···
**##
🧠 📺

*** · 01.01.1970 · 01:00:00 ··· ::
*2* · 01.01.1970 · 01:00:00 ··· ::
*L* · 01.01.1970 · 01:00:00 ··· ::
*C* · 01.01.1970 · 01:00:00 ··· ::

********